23/07/2026
נישטאָ מער רפֿאל (רפֿי) גאָלדוואַסער
אין נאַרבאָן (דרום־פֿראַנקרײַך) איז דעם 20סטן יולי אַוועק פֿון דער וועלט דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר רפֿאל (רפֿי) גאָלדוואַסער — אַן אָנגעזעענע געשטאַלט פֿון דער ייִדיש־וועלט אין די לעצטע יאָרצענדליקער.
אַ געבוירענער אין אַרגענטינע סוף 1940ער יאָרן, אַ זון פֿון דעם באַליבטן אַקטיאָר זישע גאָלדוואַסער, האָט רפֿאל יונגערהייט זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל און דאָרטן באַקומען זײַן טעאַטראַלישע אויסשולונג. נאָך אַן אָנהייב אויף דער העברעיִשער בינע, האָט ער מיט אַ פֿופֿציק יאָר צוריק זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך.
דאָ האָט זיך גאָלדוואַסער אַנטפּלעקט ווי אַ רײַכע קינסטלערישע פּערזענלעכקייט. ער האָט זיך געמאַכט אַ נאָמען בײַם ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט רעציטאַציע־פּראָגראַמען מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכם און פֿון פּרץ, פּאָעטישע שאַפֿונגען פֿון האַלפּערן, מאַנגער און לוצקי, און נאָך אַנדערע פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געווען אַ געוויסנדיקער קינסטלער, וואָס האָט טיף אַרײַנגעטראַכט אינעם סטיל און זינען פֿון די טעקסטן וואָס ער האָט רעציטירט.
וווינענדיק אין שטראַסבורג, האָט גאָלדוואַסער איניציִיִרט דאָרטן דעם „לופֿט־טעאַטער“, וואָס האָט אין משך פֿון אַ ריי יאָרן געשטעלט אַ צאָל אינטערעסאַנטע ספּעקטאַקלען. ער איז אַרויסגעטראָטן אין פֿאַרשיידענע שטעט אין מערבֿ־אייראָפּע און אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין בוענאָס־אײַרעס און אין אַנדערע פּונקטן פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־מאַפּע.
אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער איז רפֿי גאָלדוואַסער אין משך פֿון די יאָרן אַרויסגעטראָטן מיט רעציטאַציעס, זיך באַטייליקט אויף קורסן און אָנגעפֿירט מיט טעאַטער־וואַרשטאַטן. זײַן טויט איז אַ שווערע אבֿידה פֿאַר דער ייִדיש־קולטור אין פֿראַנקרײַך. דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער דריקט אויס מיטגעפֿיל זײַן טאָכטער מאַרין — אויך אַ מיטאַרבעטערין פֿון אונדזער צענטער —, זײַנע זין יאָרדאַן און מאַעל און זײַן ברודער, דעם שרײַבער דניאל גלאַי.
Disparition de Rafael (Rafi) Goldwaser
Le 20 juillet est mort à Narbonne l‘acteur et régisseur de la scène yiddish Rafael (Rafi) Goldwaser, figure bien connue du monde yiddish des dernières décennies.
Né en Argentine à la fin des années 1940, fils de l‘acteur Zishe Goldwaser, Rafi s‘est établi tout jeune en Israël, où il a reçu sa formation théâtrale. Après des débuts sur le scène hébraïque, il a émigré en France il y autour de 50 ans.
C’est ici que la riche personnalité artistique de Goldwaser s‘est révélée. Il a conquis le public yiddishophone avec des programmes incluant des monologues de Sholem-Aleykhem et de Peretz, des poèmes de Halpern, Manger et Lutski et d’autres joyaux de la littérature yiddish. C’était un artiste consciencieux, qui consacrait une réflexion approfondie au style et au sens des textes qu’il récitait.
Résidant à Strasbourg, Goldwaser y fonda et dirigea le LufTeater, qui a présenté pendant nombre d’années plusieurs spectacles de grand intérêt. Il se produisit dans plusieurs villes d’Europe occidentale ainsi qu’aux États-Unis, à Buenos-Aires et à d’autres points du monde yiddish contemporain.
À la MCY Rafi Goldwaser s’est produit le long des années avec des programmes de récitation, a participé à des cours et dirigé des ateliers de théâtre. Sa mort est un coup sévère pour la culture yiddish en France. La MCY partage le chagrin de sa fille Marine — qui travaille régulièrement avec notre Maison —, de ses fils Yordan et Maël et de son frère , l’écrivain Daniel Galay.